שיתוף
תגובות
מוזיקה » קליפים » אברהם פריד ומקהלת נרננה בהפקת ענק • צפו
"יאקאב"
ענק הזמר החסידי אברהם פריד בקליפ מושקע וראשון מסוגו ללחנו של ר' יו"ט עהרליך "יאקאב", יחד עם חברי מקהלת 'נרננה' ואמן הקלידים אברומי ברקו
צילום: נתי ונחמן אלבר

מילים

אין אוזבקיסטן
אויף די בערג פון דידזשאן
באם גרעניץ פון אינדיא און אפגאניסטן
א דארף איז פאראן
וואס זעט נישט קיין באן
מען פארט דארט אהין נאר מיט אן עראפלאן
די נאכט אזוי שטיל
מען הערט נישט קיין טריל
עס שלאפט שוין דער דערפל
די בערג און די מיל
און וויט פון דער וועלט
מיט פעלדער פארשטעלט
פארט זיך א טראקטאר
א קליינער אין פעלד
זיצט אויפן טראקטאר א בחור א העלד
און פירט ווי א שיפל זיין טראקטאר אין פעלד
יאקאב דער זינגער געהייסן האט ער
און קיינער עס ווייסט נישט פון וואנען און ווער
פאררויכערט דער פנים פארבוימלט די הענט
קיינער אין דארף האט אזוי נישט געקענט
פירן דעם טראקטאר פארריכטן איהם פלינק
פון זומפן ארויסשלעפן אים אזוי גרינג
און קיינער אין דארף עס האט נישט געוואסט אין זיין סוד
ווי קומט ער אהער ווי שרעקליך ס’איז ווייט פון זיין שטאט
ווי וואונדערליך האט אים דער רוסיאשער באן
פארווארפן קיין אוזבעקיסטאן
און מיטן טראקטאר פארשיקט דא אהער
צו ארבעטן ביטער און שווער
און זינדען פלעגט ער לידער געשמאק אין די נעכט
און ס’האבן די לידער געקלונגען און ווייט זיך געהערט
און ס’פלאגן פיל שאטנס שטיל קומען צו גיין
שטיין און נישט קענען פארשטיין
ווער איז ער אט-אט דער מאדנער טאדזשיק
ער גיט אויף זיי גארנישט קיין בליק
ווייל נישט פון די בערג און די פעלדער האט יאקאב געדענקט
און נישט נאך די ווילדע טאדזשיקן האט יאקאב געבענקט
ער בענקט צו זיין טאטן און מאמען אהיים
צום הייזל צום הויפל צום בוים
ער בענק אין ישיבה וואו ער האט פארבראכט
אין לערנען ביי טאג און ביי נאכט
אמר רבא, אמר רב פפא
האט עס אביי גאר אנדערש בעטראכט
און האט א ראייה צו דעם געבראכט
און מהרש”א, רשב”א, ריטב”א
עס לויפן אדורך גיך א שעה נאך א שעה
רמב”ם, רמב”ן, רבינו תם
נישטא אין דער וועלט נאך קיין בעסערער טעם
אמר רב הונא, רב סבא הממונא
האט אויף דעם שמאי אמאל נאכגעקלאגט
געקומען איז הלל און אנדערש געזאגט
ביז אין דערויסן האט שוין געטהאגט
שבת אין דעם טיי-הויז ביי דעם טשאייניק טיי
איז ער געזעסן, יאקאב
מיט טאדזשיקן אלע אויף דער ערד
פון זיין בענקשאפט, פון זיין ווייטאג
האט ער נישט געקענט פארגעסן, יאקאב
און ס’האט קיינמאל גארנישט אויפגעהערט
רופט זיך אן צו אים דער בעל -הבית
דער פירער פון זיי אלע, יאקאב
איך וויל מיט דיר ריידן צו דער זאך
איך האב א טאכטער יונג און שיין
איך וועל דיר געבן פאר א כלה, יאקאב
און אויך נאדן קריגסטו גאר אסאך
דרייסיק בהמות, פופצן אקסן,
צוואנציק קליידער פאר דיין כלה, יאקאב
און א זעקל אנגעשטאפט מיט געלט
און עס הערן די טאדזשיקן
און זיי הויבן אן צו שרייען יאקאב
דו קריגסט די שענסטע כלה אויף דער וועלאט
יאקאב זיצט די קאפ געבויגן און רעדט ניש קיין ווארט
ער איז איצט אוועקגעפלויגן אין א ווייטן ווייטן ארט
ער זעט זיין מאמען בענטשן ליכט
און זאגט א תחינה מיט
איי, היט מיין יאנקעלע’ן באשעפער ער זאל בלייבן דארט א איד
יאקאב הויבט זיך אויף, און רופט זיך אויך אן:
איך בין א איד, און איך קען עס נישט טאן
מיין תורה ערלויבט מיר נישט נעמען א פרוי
וואס גלויבט נישט און טראכט נישט ווי איך אזוי
און ס’האבן טאדזשיקן א פלאן זיך געמאכט
צו מאכן א סעודה אויף מארגן ביי נאכט
און יאקאב’ן וועט מען אויך ברענגען און באלד
חתונה מאכן אפילו מיט געוואלד
שטיל דער פארנאכט ביים טראקטאר זיצט יאקאב אליין
ער זיצט און ער טראכט און הויבט שוין אן אלעס פארשטיין
אז זיי וועלן קומען צו אים אהער באלד
און נעמען אפילו מיט געוואלד
מען וועט אים אנטרינקן מיט אפיום, מיט וויין
דאן וועט ער זייערער זיין
און שיין דער פארנאכט די זון פאר די בערג זי פארגייט
ער זיצט און ער ווארט און וידוי ער זאגט שטילערהייט
עס שטייען די בערג מיט די וויסע קעפ
און עס וואויען שאקאלן אין סטיעפ
עס קוקן די פעלזן צום הימל מיט שרעק
און זאגן נישטא דא קיין וועג
און פלוצלינג פון וויטן גענומען האט שפילן מוזיק
ער הערט די געשרייען מען פירט שוין די כלה מיט גליק
און פונקט ווי פון שלאף כאפט זיך יאקאב שנעל אויף
און הויבט אן צו גיין צום דעם הויף
ערוועט נאר אריינגען צו זיך אי געצעלט
צו נעמען זיין רענצל מיט געלט
ער גייט, ער גייט, פונקט ווי צום טויט
ער שטטיט שוין ביים טויער, ער עפענט אים ברייט
ער קוקט אריין און זעט דעם שיין
ער שמעקט די וויין ער וויל שוין אריין
אמר רבא, אמר רב פפא
זעט ער איין אותיות פלוצלינג אין וועג
זיי ווינקען, זיי רופן און ריידען מיט שרעק:
וואס טוט איר, ר’ יאנקב, שנעל לויפט אוועק
קלאפן פויקן שפילן דזשאמבלעס
אויבן אן עס זיצט די כלה, יאקאב
און בריליאנטן פינקלן ארום איר
און איר פאטער מיט איר מוטער
און די מחותנים אלע, יאקאב
זיינען שוין געגאנגן ברענגן דיר
און וויט אויף די הויכע בערג אין דער פינסטערע נאכט
קריכט א מענטש דארט אויסגעצויגן מיט די אויגן צוגעמאכט
בא די זייטן טיפער אפגרונט אויפ’ן קרבן גרייט
יאקאב האט פאר זיי נישט מורא און זיין הארץ איז פול מיט פרייד
נאר איין וועג עס האט די תורה און דאס איז דער וועג
בעסער דא צושמעטערט ווערן און פון תורה ניש אוועק
נישטא קיין זאך וואס קען אפשרעקן דעם ערליכן איד
אז ער גייט נאר אין ג-ט’ס וועגן גייט ג-ט מיט אים און ער היט

מילות השיר בעברית:
תורגם ע”י אברהם פריד.

במדינת אוזבקיסטן
שבין הרי דיג’אן
בגבול הודו ואפגניסטן.
שוכן כפר אחד,
נידח מבודד,
מגיעים אליו רק במטוס מיוחד.
בלילה דממה,
ציוץ לא נשמע,
הכפר וההר אפופים תרדמה.
ואי שם בשדה,
מורחק מנודה,
טרקטור קטן בין שבילים מדדה.
יושב על הטרקטור בחור מגודל,
לנהוג כך נראה לעולם לא יחדל,
נקרה הוא בשם ‘יעקוב הזמר’
מניין הוא, איש לא יודע לומר.
מפויחות הפנים משומנת היד,
תקלה יש בטרקטור מתקן הוא מיד,
כמוהו אין איש שיודע בכפר,
לחלץ את הטרקטור מבוץ ועפר.
בכל האיזור איש לא ידע את סודו,
ועד כמה רחוק הוא נמצא מעיר מולדתו,
איך אותו הטילה רכבת רוסית,
לכאן בדרך ניסית.
ועם הטרקטור יוצא הוא יומיום
לעבוד קשה ואיום.
נהג הוא לשיר מנגינות עריבות בלילות,
למרחקים הן היו נשמעות ומצלצלות.
צלליות אנשים שם היו מתכנסות,
מקשיבות ואינן תופסות,
מיהו זה ה’טאג’יק’ המוזר
מבטו אליהם לא הוחזר.
כי בלילות תקפו אותו הגעגועים,
לא להרים ולא לטאג’יקים פראיים,
מתגעגע היה לביתו, להוריו,
לבית שאולי כבר חרב.
לישיבה שבה הוא נהג לבלות
בלימוד, בימים ובלילות.
‘אמר רבא’ ‘אמר רב פפא’ ואילו אביי אחרת חושב,
קושיא חדשה הוא מיישב,
מביא ראיה והכל מתיישב.
והמהרש”א, רשב”א, ריטב”ה,
עובר לו הזמן אך הוא לא חש בו.
רמב”ם, רמב”ן ,רבינו תם,
תענוג עילאי נפלא ומסותם.
אמר רב הונא, רב סבא המנונא,
“שמאי סברה חדשה העלה,
תקף אותו הלל בשאלה”
עד שבחוץ השחר עלה.

קרדיטים

מילים ולחן: יום טוב עהרליך
עיבוד ומיקס: אברומי ברקו
עיבוד קולי: יעקב רוזמרין
כלי נשיפה: צבי גולדרינג
צילום בימוי ועריכה: נתי אלבר
הצטרפו ועקבו אחר

כתיבת תגובה

האימייל לא יוצג באתר. שדות החובה מסומנים *

עדכני
פופולרי
ויראלי
מטבע
שער יציג
שינוי
עדכון אחרון:
הדרך לחלומות רצופה בהשגת מטרות

התקינו את האפליקציה החדשה שלנו!
ותישארו מעודכנים